יידיש (jiddisch)
זע־עס־ען (CSN) איז אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע װאָס אַרבעט מיטן פֿינאַנציעלן שטיץ פֿאַר סטודענטן אין שװעדן, דאָס הײסט שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה. מיר אַרבעטן אויך מיט די הלװאות פֿאַר שאָפֿיר־ליצענץ און כּלי־בית. דאָ קענט איר לײענען װײַטער װעגן די פֿאַרשײדענע שטיצן. די אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש איז אַ קיצור.
אײַער רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן
טאָמער, געהערט איר צו אײנער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, האָט איר אַ רעכט צו ניצן אײַער שפּראַך װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מלוכישע אינסטאַנצן. די שװעדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן זײַנען ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטעלער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען ייִדיש, ראָמיש, סאַמיש, פֿיניש און מע'ענקיעלי.
איר קענט לײענען װײַטער װעגן דעם רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אויף
סטודענטן־שטיץ - שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה
עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע סטודענטן־שטיצן, אָפּהענגיק פֿון אײַער שטודיר־אָרט און אײַער עלטער. דאָ זײַנען די געװײנטלעכסטע װאַריאַנטן:
צי זענט איר אַן אויסלענדער?
מע קען באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ אין אַ פּאָר סיטואַציעס. טאָמער, האָט איר אַ פּערמאַנענטע װיזע (PUT) און װוינט אין שװעדן, קענט איר, בּכלל, באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ.
טאָמער, האָט איר באַקומען אַ דערװײַליקע װיזע פֿון דער שװעדישער מיגראַציע־אַגענטור, צוליב דעם װאָס איר זענט אַ פּליט, אָדער עפּעס אַזוינס, קענט איר, בכּלל, אויך באַקןמען שװעדישן סטודענטן־שטיץ. אַזיל־זוכערס קענען, אָבער, נישט באַקומען קײן שטיץ.
עס זײַנען, אויך, דאָ פֿאַרשײדענע כּללים פֿאַר אײ"פֿ־בירגערס, נישט־אײ"פֿ־בירגערס און שװײצערע בירגערס.
צוריקצאָלן אַ שטודענטן־הלװאה
טאָמער, האָסטו גענומען אַ שטודענטן־הלװאה פֿון CSN אין משך פֿון דײַנע שטודיעס, מוזטו צוריקצאָלן די הלװאה װען דו האַלטסט אָפּ מיט שטודירן מיט שטודענטן־געלט. דער דאָזיקער כּלל גילט אויך װען דו ביסט אַרבעטסלאָז, קריגסט עלטערן־געלט אָדער קלײַבסט זיך איבער אין אַן אוסלאַנד. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי דו צאָלסט די הלװאה צוריק און װאָס דו קענסט טאָן אויב עס איז דיר שװער צו צוריקצאָלן דאָס געלט.
כּלי־בית־הלװאה – פֿאַר פּליטים
טאָמער, זענט איר אַ טײל פֿון דער קאָמונאַלער פּליט־פּראָגראַם, קענט איר לײַען געלט כּדי צו קויפֿן מעבל אָדער אַנדערע שטובזאַכן. ס'קען זײַן בעטן, טעלער, טעפּ און שטולן. מע טאָר, למשל, נישט ניצן דאָס געלט כּדי צו קויפֿן עסנװאַרג, צאָלן דעם צעלקע־חשבון אָדער צאָלן דירה־געלט. װי פֿיל איר קענט לײַען איז אָפּהענגיק פֿונעם צאָל מיטגלידער אין אײַער משפּחה, אײַערע איצטיקע שטובזאַכן און אײַער איצטיקן עקאָנאָמישן סטאַטוס.
שפּעטער, מוז איר דאָס געלײַענטע געלט צוריקצאָלן. איר הײבט אָן צוריקצאָלן די הלװאה 2 יאָר נאָך דעם װאָס איר האָט דאָס געלט באַקומען.
שאָפֿיר־ליצענץ־הלװאה – פֿאַר די אַרבעטסלאָזע
טאָמער, זענט איר אַרבעטזלאָז, קענט איר לײַען געלט פֿון זע־עס־ען כּדי צו קריגן אַ שװעדישן שאָפֿיר־ליצענץ, קלאַס ב (B). מיט אַ שאָפֿיר־ליצענץ באַקומט מען, אָפֿט מאָל, גרינגער אַן אַרבעט. כּדי צו קענען באַקומען די הלװאה מוז מען זײַן אַרבעטסלאָז און צװישן 18 און 47 יאָר. עס זײַנען אויך פֿאַראַן אַנדערע תּנאָים. די מאַקסימאַלע הלװאה איז 15.000 קרוינען. שפּעטער, מוז מען די הלװאה צוריקצאָלן, אויך װען מען האָט נישט געקראָגן קײן שאָפֿיר־ליצענץ.
שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז
װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז, קענען מיר אײַך ענטפֿערן אויף שװעדיש אָדער ענגליש.