session uppdatera gms varning förnya
Vill du stanna kvar på sidan?
Du har varit inaktiv i en längre stund och kommer att bli utloggad om du inte väljer att stanna kvar på sidan.
Automatisk utloggning sker om cirka
Stanna kvar på sidan
Problem med nätverket
Inget internet. Kontrollera din nätverksanslutning.
Tillfälligt tekniskt fel

יידיש (jiddisch)

זע־עס־ען (CSN) איז אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע װאָס אַרבעט מיטן פֿינאַנציעלן שטיץ פֿאַר סטודענטן אין שװעדן, דאָס הײסט שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה. מיר אַרבעטן אויך מיט די הלװאות פֿאַר שאָפֿיר־ליצענץ און כּלי־בית. דאָ קענט איר לײענען װײַטער װעגן די פֿאַרשײדענע שטיצן. די אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש איז אַ קיצור.

אײַער רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

טאָמער, געהערט איר צו אײנער פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, האָט איר אַ רעכט צו ניצן אײַער שפּראַך װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מלוכישע אינסטאַנצן. די שװעדישע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן זײַנען ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטעלער. די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען ייִדיש, ראָמיש, סאַמיש, פֿיניש און מע'ענקיעלי.

איר קענט לײענען װײַטער װעגן דעם רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אויף

סטודענטן־שטיץ - שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה

עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע סטודענטן־שטיצן, אָפּהענגיק פֿון אײַער שטודיר־אָרט און אײַער עלטער. דאָ זײַנען די געװײנטלעכסטע װאַריאַנטן:

סטודענטן־הילף – געלט פֿאַר אײַך װאָס שטודירט אויף אַ גימנאַזיע און איז 20 יאָר אָדער ייִנגער

טאָמער, שטודירט איר אויף אַ גימנאַזיע, קענט איר באַקומען סטודענטן־הילף ביז דעם פֿרילינג־זמן איר װערט 20 יאָר. סטודענטן־הילף איז פֿאַרשײדענע מינים פֿינאַנציעלע שטיצן, למשל שטודיר־געלט און אַ פֿינאַנציעל צוגאָבל. דאָס פֿינאַנציעלע צוגאָבל איז אַ שטיץ פֿאַר משפּחות מיט װײניק פּרנסה.

אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אויסלענדער

סטודענטן־מיטל – שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה

דאָס סטודענטן־מיטל איז אי שטודירגעלט אי סטודענטן־הלװאה. איר קענט אַפּליקירן אויף סטודענטן־מיטל פֿונעם האַרבסט־זמן איר װערט 20 יאָר. טאָמער, װעט איר שטודירן אויף אַ העכערער בילדונג, למשל בײַם אוניװערסיטעט, קענט איר אַפּליקירן אויף סטודענטן־מיטל אויך פֿאַר דעם, װאָס איר װערט 20 יאָר. איר מוזט די סטודענטן־הלװאה צטריקצאָלן.

אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אויסלענדער

סטודענטן־מיטל פֿון זע־עס־ען פֿאַר סטודענטן (שטודירגעלט און סטודענטן־הלװאה) (på svenska)

אָנהײבן זיך לערנען־שטיץ – פֿינאַנציעלער שטיץ פֿאַר די אַרבעטסלאָזע

דער „אָנהײבן זיך לערנען”־שטיץ איז פֿאַר אײַך װאָס זענט, זינט לאַנג, געװען אַרבעטסלאָזע און דאַרף פֿאַרענדיקן אַ בילדונג פֿון אָדער דער עלעמענטאַר־שולע אָדער דער גימנאַזיע, כּדי צו באַקונמען אַן אַרבעט. מע קען דעם שטיץ באַקומען נישט מער װי 50 װאָכן, אויב מען לערנט זיך פֿולצײַטיק.

אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אויסלענדער

אָנהײבן זיך לערנען־שטיץ װען מען איז אַרבעטסלאָז (på svenska)

די צוגעפּאַסטע סטודענטן־שטיצע – פֿאַר דיר וואָס איז אין מיטן אַרבעט־לעבן

די צוגעפּאַסטע סטודענטן־שטיצע איז סטודענטן־געלט פֿאַר דערוואַקסענע וועלכע האָבן שוין געאַרבעט אין משך פֿון אַ לענגערע ווײַלע. מיט דער צוגעפּאַסטער סטודענטן־שטיצע קען מען שטודירן און פֿאַרברײטערן זײַן קענטעניש כּדי צו פֿאַרבעסערן זײַן פּאָזיציע אויף דער אַרבעט־מאַרק. מע קען זיך אָדער ווײַטער אַנטוויקלען אין דעם אייגענעם געביט, אָדער זיך לערנען אַ נײַע מין אַרבעט.

די צוגעפּאַסטע סטודענטן־שטיצע באַשטייט פֿון אי עקאָנאָמישער שטיצע, אי הלוואה. וויפֿל געלט מע קריגט איז אָפּהענגיק פֿון זײַן לוין. די עקאָנאָמישע שטיצע איז אויסגערעכענט אַזוי, אַז מע קריגט 80 פּראָצענט פֿון זײַן לוין, נאָר ניט מער ווי די מאַקסימאַלע סומע. טאָמער נײטיקט מען זיך אין מער געלט, קען מען אויך קריגן אַ הלוואה. מע קען די שטיצע קריגן אין משך פֿון 44 וואָכן; נאָר לענגער ווען מע לערנט זיך לויט אַ טיילצײַטיקער פּראָגראַם.

דאָ זענען אַ פּאָר פֿון די תּנאָים פֿאַרן קריגן די צוגעפּאַסטע סטודענטן־שטיצע:

  • מע מוז זײַן 27–62 יאָר אַלט.
  • מע מוז האָבן געאַרבעט צום ווייניקסטנס 96 חדשים (8 יאָר צונויפֿגערעכנט) אין משך פֿון די לעצטע 14 יאָרן.
  • מע מוז האָבן געאַרבעט צום ווייניקסטנס 12 פֿון די לעצטע 24 חדשים.
  • מע מוז זיך לערנען עפּעס וואָס פֿאַרבעסערט די פּאָזיציע אויפֿן אַרבעט־מאַרק.

עס זענען דאָ מער תּנאָים צו אויספֿילן כ‎ּדי מע זאָל קענען קריגן די שטיצע.

מע אַפּליקירט אויף דער צוגעפּאַסטער סטודענטן־שטיצע אויף ״מײַנע זײַטן״ אויף csn.se. מע אַפּליקירט אויף שוועדיש. מע קען אַפּ‎ּליקירן צוויי מאָל אַ יאָר, איין מאָל פֿאַר קורסן וועלכע הייבן זיך אָן אין משך פֿונעם אָסיען־זמן, און איין מאָל פֿאַר קורסן וועלכע הייבן זיך אָן אין משך פֿונעם פֿרילינג־זמן.

יעדעס יאָר איז עס דאָ אַ באַגרענעצטער בודזשעט פֿאַר דער צוגעפּאַסטער סטודענטן־שטיצע. דאָס הייסט אַז מע וועט אפֿשר ניט קריגן די שטיצע, ניט געקוקט אויף דעם וואָס מע פֿילט אויס אַלע תּנאָים. מיר באַשטעטיקן די אַפּ‎ּליקאַציעס לויט דער ריי.

שטעלט זיך גערן אין פֿאַרבינדונג מיט אײַער צופּאַסן־אָרגאַניזאַציע. דאָ קענט איר קריגן פֿרײַע עצות וועגן סטודענטישע ענינים און אויך הילף מיטן אָפּדרוקן אַ צערטיפֿיקאַט וועגן דעם וואָס אײַער אויסבילדונג פֿאַרבעסערט אײַער פּאָזיציע אויפֿן אַרבעט־מאַרק. אין געוויסע פֿאַלן קען מען אויך קריגן עקסטרע סטודענטן־געלט פֿון זיי. טאָמער, ווייסט איר ניט וואָס צופּאַסן־אָרגאַניזאַציע איר געהערט צו, קענט איר פֿרעגן בײַ אײַער אַרבעט־געבער אָדער יוניאָן.

לייענט ווײַטער וועגן דער צוגעפּאַסטער סטודענטן־שטיצע (שוועדיש)

לייענט ווײַטער וועגן דער צוגעפּאַסטער סטודענטן־שטיצע (ענגליש)

צי זענט איר אַן אויסלענדער?

מע קען באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ אין אַ פּאָר סיטואַציעס. טאָמער, האָט איר אַ פּערמאַנענטע װיזע (PUT) און װוינט אין שװעדן, קענט איר, בּכלל, באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ.

טאָמער, האָט איר באַקומען אַ דערװײַליקע װיזע פֿון דער שװעדישער מיגראַציע־אַגענטור, צוליב דעם װאָס איר זענט אַ פּליט, אָדער עפּעס אַזוינס, קענט איר, בכּלל, אויך באַקןמען שװעדישן סטודענטן־שטיץ. אַזיל־זוכערס קענען, אָבער, נישט באַקומען קײן שטיץ.

עס זײַנען, אויך, דאָ פֿאַרשײדענע כּללים פֿאַר אײ"פֿ־בירגערס, נישט־אײ"פֿ־בירגערס און שװײצערע בירגערס.

צוריקצאָלן אַ שטודענטן־הלװאה

טאָמער, האָסטו גענומען אַ שטודענטן־הלװאה פֿון CSN אין משך פֿון דײַנע שטודיעס, מוזטו צוריקצאָלן די הלװאה װען דו האַלטסט אָפּ מיט שטודירן מיט שטודענטן־געלט. דער דאָזיקער כּלל גילט אויך װען דו ביסט אַרבעטסלאָז, קריגסט עלטערן־געלט אָדער קלײַבסט זיך איבער אין אַן אוסלאַנד. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי דו צאָלסט די הלװאה צוריק און װאָס דו קענסט טאָן אויב עס איז דיר שװער צו צוריקצאָלן דאָס געלט.

צוריקצאָלן אַ שטודענטן־הלװאה

איר קענט באָרגן געלט פֿון CSN כּדי צו באַקומען אַ קאַטעגאָריע ב שאָפֿיר-ליצענץ.
מיט אַ שאָפֿיר-ליצענץ עס קען זײַן גרינגער אַן אַרבעט צו באַקומען.

איר קענט דערלאַנגען אַן אַפּליקאַציע אויף שאָפֿיר-ליצענץ הלוואה אויב איר זענט

  • צווישן 18 און 47 יאָר אַלט, אַרבעטלאָז און קומט נאָך געוויסע תּנאָים אָדער
  • 19-20יאר אַלט און האט אַ הויכשול-דיפּלאָם אָדער אַן עקוויוואַלענט.

איר קענט באָרגן מאַקסימום SEK 15,000. איר מוזט דערנאָך צוריקצאָלן די הלוואה,
און איר מוזט דאָס טאָן אפֿילו אויב איר האָט נישט באַקומען אַ שאָפֿיר-ליצענץ.

אינפֿאָרמאַציע װעגן שאָפֿיר־ליצענץ־הלװאה (på svenska)

שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

פֿראַגעס װעגן דעם רעכט צו באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ

קלינגט אונדז אָן װעגן דעם רעכט צו באַקומען שװעדישן סטודענטן־שטיץ

מאָנטיק-פֿרײַטיק 9:00 – 12:00

300 276 771 46+

עפֿנט אַ בליצפּאָסט־פֿאָרמולאַר

ebrev@csn.se

מיר ענטפֿערן, בכּלל, אין נישט מער װי 3 טאָג

פֿראַגעס װעגן סטודענטן־שטיץ

קלינגט אונדז אָן װעגן צו זײַן אַ סטודענט

מאָנטיק-פֿרײַטיק 9:00 – 13:00

000 276 771 46+

עפֿנט אַ בליצפּאָסט־פֿאָרמולאַר

ebrev@csn.se

מיר ענטפֿערן, בכּלל, אין נישט מער װי 3 טאָג

פֿראַגעס װעגן צוריקצאָלן סטודענטן־מיטל

קלינגט אונדז אָן װעגן צוריקצאָלן

מאָנטיק-פֿרײַטיק 9:00 – 13:00

000 276 771 46+

עפֿנט אַ בליצפּאָסט־פֿאָרמולאַר

ebrev@csn.se

מיר ענטפֿערן, בכּלל, אין נישט מער װי 3 טאָג

פֿראַגעס װעגן כּלי־בית־הלװאה

קלינגט אונדז אָן װעגן כּלי־בית־הלװאה

מאָנטיק-פֿרײַטיק 9:00 – 12:00

100 276 771 46+

עפֿנט אַ בליצפּאָסט־פֿאָרמולאַר

hemutrustningslan@csn.se

מיר ענטפֿערן, בכּלל, אין נישט מער װי 3 טאָג

פֿראַגעס װעגן שאָפֿיר־ליצענץ־הלװאה

קלינגט אונדז אָן װעגן כּלי־בית־הלװאה

מאָנטיק-פֿרײַטיק 9:00 – 12:00

000 276 771 46+

עפֿנט אַ בליצפּאָסט־פֿאָרמולאַר

מיר ענטפֿערן, בכּלל, אין נישט מער װי 3 טאָג

Updated: 2024-03-25
Did this page help you?